Читать книгу One Nation Taken Out Of Another - Zackary Sholem Berger - Страница 14

Оглавление

לך-לך

גײ דיר פֿון דײַן יאָרהונדערט

פֿון דײַן ספּעציעלער זיכיקײט

און קריך אױף די װענט פֿון נישטיקײט

אַװרעמעלע זיצט אױפֿן ראַנד װאַנט מיט זײַן האַנטזײגער און פּען

זוכט די אױפֿגײענדיקע מאָרגנשטערן

צופֿוסנס ליגט אַ קאַלטע װיסטעניש

ערגעץ באַגראָבן דעם טאַטנס בײנער

אַ װילנע לײַכט־אױף אױפֿן האָריזאָנט

גײט ער

און שאַפֿט

און עס װערט יענער געשאַפֿן

זיך אַלײן אױך געשאַפֿן

ביז ער שעפּט פֿון געשיכטע־ברונעם זײַן אײגענע היסטאָריע:

אַ טױב, אַ פֿידל און אַ פּען

װעלן זיך טרעפֿן אין אַש

זיך געבן די פֿליגל און

טײַבלש אַ פֿלי טאָן

מיט די נפֿשות װאָס ער האָט געמאַכט

האָט ער געקאָרמעט אַ זאַטע מדינה

מיט אַן אומהערזאַמער שפּראַך

One Nation Taken Out Of Another

Подняться наверх