Читать книгу One Nation Taken Out Of Another - Zackary Sholem Berger - Страница 8
Оглавлениеאין אָנהײב איז אַבראַשע געװען אין סיביר
די שנײ האָט אים פֿאַרװיקלט, די װיסטעניש פֿאַרפֿאַרביקט
ליגנס װאָלט איך קענען אױסטראַכטן אָן אַ שיִער
נאָר מײַנע יונגע יאָרן זײַנען געװען לאַנגװײַליק
מײַן אָנהײב װאַקסט אױס רגעסװײַז יאָרן לאַנג
איך קראַץ מיך צונױף מיט שטיקלעך און ברעקלעך
מיט געדאַנקען און אינסטינקטן, מיט תּאװה און געזאַנג
אַלץ צונױפֿגעקײטלט װי רימונים צװישן גלעקלעך
אַלע פֿעדעמער טײל־סופֿיק, יעדער קיצור איז שױן לאַנג
אין געטאָ די טונעלן פֿול קיא־וצואה, שרעקלעך
פֿון זײ איז אַ געהײמע ליד אָנפֿאַנגיק אױפֿגעגאַן