Читать книгу One Nation Taken Out Of Another - Zackary Sholem Berger - Страница 6
Оглавлениеבראשית
בראשית ברא,
אין אָנפֿאַנג איז געװען
נישט קײן אָנפֿאַנג נאָר אַ פֿילפֿאַכיקײט פֿון "װענס":
װען אַ תּורה האָט מען אָנגעשריבן
װען די בליצן פֿון סיני האָבן זיך אײַנגעקריצט אין די אױגן
און פֿון באַרג האָט אַראָפּגעשריגן
אַ װאָלקן װערטער מיט אַזאַ מײן פֿאַרבאָרגן
אָדער אַ גאָט אָדער אַ פאָלק אָדער אַ מעשה
איז שוין מיט מזל דאָ